רשימת הבלוגים שלי

יום חמישי, 24 באוקטובר 2013

שבת מלחמה אין וויליאמסבורג

לכבוד העומד בראש מערכות ישראל מו"ה חיים שליט"א
יעצט ווען סאטמאר האלט שוין ענדליך צוריקצובאקומען זייער פארדינטן קלאפ פון זייערע אייגענע וואס דאס איז תולדות אהרן און עס גייט מקוים ווערן הגם לכבוש את המלכה עמי בבית אין וויליאמסבורג
פארוואס שטעלט איר נישט אריין לפרסום אין אייער חשובע בימת כלל ישראל
דאס וויי געשריי וואס תולדות אהרן גייט יעצט דורך מיט עינויים און בזיונות און פאשקווילן פון די רשעי ארץ די סאטמארע וואס ווילן זיך משתלט זיין אויף גאנץ וויליאמסבורג (לכתחילה אויף די גאנצע וועלט _סאטמאר איבער אלעם= להבדיל דויטשלאנד איבער אלעם)
איך האב אייך געשיקט אלע ביידע פאשקווילן
דאס ערשטע וואס די סאטמארע האבען פארפלייצט די גאס קעגן תולדות אהרן
דו צווייטע צעטלעך וואס מען האט קוים גענטפערט פאר זיי אבער די סאטמארע בחורים זענען ארומגעלאפן עס צוזאמענקלייבען פון אלע גאסען און פון אלע בתי מדרשים כדי די יונגווארג זאל נישט זעהן זייערע שייגעץ שטיקן
אזוי וויא בשנים קדמוניות האבען זיי מחרים געווען ר' יוסף ווייסהויז ע"ה ווייל ער אינפארמירט שאולזאן
זיי האבען אין זייער לעבן נישט געגלייבט אז יארן נאך סענדר דייטש וועט נאך ר' חיים שאולזאהן נ"י שטיין און פירן די וועלט מיט פראכט און ישרות נאך שטערקער וויא אין די צייטן ווען ער פלעגט דרוקן די צייטונגען
ווען יחזקאל דער סאטמארער שמש הי"ד פלעגט שטיין ביי קארנער בראדוועי מארסי און וואטשען אז קיינער זאל נישט קויפן שאולזאהן צייטונגען די אידישע און לשון הקודשדיגע ביי דעם גוי פון די קענדי סטאר
דא זעהט מען קושטא קאי און שיקרא לא קאי
וויאזוי ר' חיים שאולזאהן נארמאלע שיטה איז קאי וקיים
להרבות כבוד שמים ולעמוד לימין הנאנקים לחזק האמת

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.