רשימת הבלוגים שלי

יום ראשון, 24 באוגוסט 2014

לא יאומן: בית הדין תובע כי הילדות בנות 3 לא ילבישו שום בגד שנראה כמו של הילדות מבאבוב ואם חלילה ילדה אחת תתלבש ותראה כמו בנות באבוב ייענש רבה של הקהילה

מאת באבאווער

כ'האב געפרעגט פריער א באבוב'ער פון 45 וואס דער אסיפה זיי פלאנען צו מאכן דעם דינסטאג איז, האט ער מיר מסביר געוועהן ווי פאלגענד:

דער גאנצער פסק איז דאך נישט קיין נפקא מינא פארן גאנצען עולם, דאס טוישן דעם נאמען און באקומען דאס געלט דאס איז דאך נאר נוגע פאר די ראשי הקהילה און פאר די הויפט עסקנים, נאר וואס מען דארף רעדן פארן גאנצען עולם איז דאס וואס איז נוגע פאר יעדן איינעם פונעם ציבור, דהיינו די איינס פון די גאר וויכטיגע סעיפים די 'בודזשי סעיף', וואס דער בית דין האט געשריבן באזירט אויף תשובות פון די ראשונים אחרונים ומבוסס על דברי חז"ל אז די 45 קליינע מיידלעך פון 3 יאר און העכער טארן עפ"י הלכה נישט גיין מיט די זעלבע קליידער, זאקן און אונטערהויזעלעך ווי די קינדער פונעם עכטן באבוב הבלעדי, און אויב דערוואגן זיך יא די 45 מיידלעך ארויסצוגיין ברחובה של עיר מיט די זעלבע בודזשיס ווי די 48 מיידלעך שטייט קלאר ארויסגעשריבן אינעם פסק (סעיף ט') אז דאן פארלירט הגה"צ ר' יהושע רובין דער אב"ד הקהילה זיין זכות זיך צו רופן באבוב, ער מוז טוישן צו אן אנדערע נאמען צוליב'ן חטא ווייל מיידלעך אין זיין קהילה גייען מיט די אומערלויבטע בודזשיס

ביים אסיפה דינסטאג וועלן די רבני ועסקני הקהילה מסביר זיין מיט א קלארקייט, דעם חומר העניין אז קיין איין איד זאל זיך נישט דערוואגן אנצוטוהן די קליינע מיידלעך מיט די זעלבע בודזשיס ווי די 48 קינדערלעך און מסביר זיין פאר די עלטערע מיידלעך וואס פארשטייען שוין אביסל מער, דעם חומר העניין און וואספארא גרויסע אחריות עס ליגט אויף זיי טאקע תיכף ומיד צו טוישן צו די ערלויבטע בודזשיס וואס טאמער זיי וועלן דאס ח"ו נישט פאלגן וועט דער רב ר' יהושע רובין מוזן טוישן זיין טיטעל.

די קהילה פון 45 האט שוין געארדערט עטליכע טראקס פון די נייע ערלויבטע בודזשיס, זאקן, און סקוירטס פון עטליכע קאמפעניס, און עס וועט זיין נאכן אסיפה גרויס טראקס אינדרויסן ווי דער עולם וועט קענען קלויבן און אויספרובירן און אפילו אהיימנעמען פאר דיסקאונט פרייזן די נייע '45 בודזשיס

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.