רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 5 באוגוסט 2014

מחזק את באנדא שלא לפחד מן הסאטמארים

לכבוד ידידי היקר הרה״ג החסיד הנגיד הרב אברהם יהודה באנדא שליט״א
עס טיט מיר זייער וויי אז איר דארפט זיין פארנומען מיט די פאר חיות טורפות אין צוריק שרייבען זייערע באשמוצינגען.
איך האלט אז עס איז נישט ווערט זיי צו ענטפערן. ווייל יעדער ווייסט אז די ביסט א שטיק סאטמאר אין אז די האסט ארויס געווארפן דעם אינגערמאן האסטו פארשטאנען אז עס דארף אזוי צו זיין.
יעדער ווייסט דיין לב טוב יעדער ווייסט אז די ביסט א רחום וחנון א הארץ ווי פיטער אין די ווארפסטיך נישט סתם אזוי ארום מיט יענעמס פרנסה.
נאר וואס דען דער אייבישטער האט אראפ געשיקט אין דעם דור אפאר שקציםלעך אפאר רשעיםליך וואס זייער גאנצער ארבעט אויף דער וועלט אין צו טרינקען אידיש בלוט זייער גאנצער חיות אין פון יענעמס צרות און פון יענעמס ביזיונות. זיי אינטערסירט נישט וואס דער אמת איז געווען אפילי זיי וועלען וויסען דעם אמת וועלן זיי נאך אלץ באשמוצען ווייל זייער לעבען איז נעבעך זייער מיזרעבעל זיי האבען נישט קיין פרנסה זיי האבען נישט קיין שלום בית זיי האבען נישט קיין נחת פון די קינדער ווילען זיי יעדעם אויך מאכען אזוי.
טייערער רבי יהודה מאך דיך נישט וויסענדיג פון זיי ענטפער זיי נישט דאס איז די גרעסטע באצאלדינג פאר זיי. אוי וועלען זיי קראכען ווען זיי וועלן זעהן אז די גייסט ווייטער אן מיט דיין טאג טעגליכען לעבען מיט דיינע צדקות מיט דיינע שיעורים בתורה מיט דיינע חסדים וואס די העלפסט ארויס נפשות נשברות דאס וועט זיי אזוי צוברעכען אסאך מער ווי זיי צוריק שרייבען.
איבער הויפט אז איך בין זעכער אז די מענטשען אליין האבען שוין באקומען שיינע נתינות פון דיר אין דאס באצאלען זיי דיר
אשריך רבי יהודה דיין שכר איז גרויס לעתיד לבא חזק ואמץ סיי פון די הנעלבים ואינם עולבים שומעין חרפתן ואינים משיבין עליהם הכתוב אומר וכו
אין בעיקר זאלסטו וויסען אז מער אלע דיינע אמתע גוטע פריינד אונזער הארץ איז מיר דיר אין מער זענען מתפלל פאר די הצלחה.
יצחק מרדכי בראך
אבדק״ק דאבשינא והגלילות

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.