רשימת הבלוגים שלי

יום ראשון, 24 באוגוסט 2014

דיינים נעמען שוחד שווערע געלטער אויף הכשרים פון איין צד ווי קענען זיי זיצן ביי א דין תורה?

מאת באבאווער

גאנץ שבת האב איך מיך גאר געמוטשעט צו פארשטיין א פסוק חומש.
ס'געווזען א די"ת צווישען צוויי קהילות,
1] איין דיין זיצט אויף פעיראלל פון די מוסדות פון איין צד, ווי ער און זיינע בנים נעמען ארויס פון א השגחה אויף צוויי גרויסע זאלען פרנסה בריוח, [קום נישט מיט קיין פורים תורה פון פרעדיס מיט פיטער און פרעדריק], ער איז דער בעל מכשיר אויף זייער זאל פינטל.
אויכעט איז דער זעלבער א.ג דיין בעל מכשיר אויף א גרויסע האטעל וואס באלאנגט פאר די בעל הבית סלעש ראש הקהל [די העכסטע אין ראנג] פון יענע פארטיי, און ער איז געוועזען דא דער הויפט פייטער, דארטען מאכט ער אויכעט א גרויסען אפותיקי, [יש אומרים אז די מוסדות פון יענע קהילה זענען שותפים אין די האטעל, יש אומרים אז דער רב פון די קהילה איז גאר א שותף פערזענדליך].
2] א צווייטער דיין איז א מחותן מיט די דיין פון יענע קהילה, א שוואגער מיט די רב, און דער צווייטער דיין קומט עטליכע מאל אין יאר צו די טישען פון די קהילה ווי ער באקומט גאר א מכובד'יקע אויבען אן [ווי ס'פאסט זיך פאר א דיין וואס זיצט יעצט ביי זייער דין תורה].
מיין קשיא איז נישט צו 48 אדער 45, מיין קשיא איז צו די דיינים, וויאזוי קען א דיין זיצען ביי א דין תורה, און טיילען בנינים און נכסים פון שווערע מיליאנען, בשעת ער איז משוחד פון אויבען ביז אונטען, איינע זיצט אויף פעטע פעי טשעקס ביי זיי, געלט, דער אנדערער קריגט כבוד, אויבען אן, און איז א נאנטער מחותן צו איין צד?
מוטשע איך זיך צו פארשטיין א פסוק אין חומש, וואס דען מיינט לא תקח שוחד? איז דא א בעסערע משל?

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.