רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 22 באוגוסט 2014

בן ציון עם הארץ האט געוואנען, די תורה האט פארלארן - העם הארץ ניצח התורה הפסידה

מאת אחד הרבנים

כהאב נישט געהאט קיין צייט צו שרייבען אבער יעצט האב איך אביסעל צייט
בנוגע די פסק בית דין פון באבאב לאמיר דאס צו נעמען אביסעל
קודם די וועיג ווי אזוי זיי האבען אראפ געשריבען די פסק איז סתם סטאפיד. די טענות וואס צד 48 האט פארלאנגט איז סתם משוגע אראפ צו שרייבען אויך א פסק צו טוישען יאניפארעמעס וכדומה איז מיינע אויגען זענען זיי קליינע בעביס
אבער דער עיקר וואס כפארשטיי נישט געווענטליך ביי א דין תורה באקומט יעדער צד עפעס מען ווארפט צו א ביינדעל פאר יעדעם ובפרט אז יעדער איז מודה אז 45 איז א גרויסע פארצענט פון באבוב לאמיר זאגען די ווייניגסטע איז 25 פארצענט. נו קומט דאך זיי אויך ובפרט ווען בובוב איז געבויעט געווארן דורך רבי נפתלי זצל. יא אמת ער האט נאר געקענט בויען ווייל ער האט געהאט א הייליגען טאטען אבער למעשה האט עס דאס געבויעט מיט זיין בלוט אין פלייש ער איז געווארן א בעל חוב פאר מליאנען נאר וועגען בובוב 
נו וואס האבען די רבנים געשריבען אז פאר פארטי פייט געט מען א פייג דאס הייסט אזוי אז נאכדעם וואס ער טאר זיך נישט רופן באבוב נאכדעם וואס ער דארף אלעס אויסרייסען אין זעכער מאכען אז די גאנצע וועלט מסוף העולם ועד סופו ווייסט אז זיי זענען נישט באבאב אין זיי דארפן אנהייבען בויען מוסדות בנינים שוהלן פון דאס ניי
אלץ פיינקייט געט 48 פאר 45 6 מיליאן דאללאר צו קענען בויען נייע מוסדות אבער זיי געבען דאס נישט יעצט נאר און משך פון 5 יאר זייער שיין
אין שרייבען נאך צו אז אויב 48 וועט נישט באצאלען דאס געלד טאר 45 גארנישט טיען אליין נאר מען וועט נאכאמאל מאכען א מושב בית דין טויט משוגע
אבער דא הייבט זיך אן דער פראבלעים ווען די דין תורה זאל זיין צווישען פשוטי אידען וואלט מען געזאגט פארען בית דיו עטץ האט קלאר גענומען דא איין צד עטץ האטץ געפאסקענט שלא על פי תורה ממילא פייף איך אריין אונעם פסק בית דין כדארף נישט דיין פארשטינקענע פאר דאללאר במשך 5 יאר אין איך רוף מיך ווייטער מיטען נאמען באבוב
אבער דא איז דער פראבלעים הרב מרדכי דוד איז א רבי בישראל א מנהיג העדה נישט קיין חילוק וויפיל חסידים ער האט מוז ער אנ נעמען דעם פסק אפילו דער פסק איז נישט קיין פסק. ווייל די גאנצע וועלט גייט קוקען מיט גרויסע אויגען וואס ער גייט טיען צו ער גייט יא אדער נישט פאלגען דעם פסק.
אבער איין זאך איז זעכער אז דער פסק איז דער לעצטער פסק פון אזא דין תורה צווישען צוויי קהילות אדער צווישען צוויי ברודער קיינער וועט מער נישט גיין צו דין תורה ווייל מען זעהט אז דער פסוק ושפטו משפט צדק גייט מער נישט אן היינטיגע צייטען.
בקוצר סקען זיין אז צד הרב בנציון האט געוואונען. אבער וואס סאיז ברור אז די הייליגע תורה האט היינט פארלוירען  מיר האבען פארלוירען כו אב תשלט דער לוחם פאר כבוד השם ותורתו אין היינט כו אב תשסד האט מען פארלוירען די תורה אליין.
דאס איז מיין מיינונג אין יעדער מעג מחולק זיין  על טעם וריח און להתווכח. א גוט שבת

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.