רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 6 בינואר 2015

אהרונים דערציטערט נייע געיים דערמאנט דעם חתונה האלל פון די בני יואל

מאת סאטמארער

א פרישע טעראר קימט פאר די טעג אין קרית יואל. דער ר' יונתן שווארטץ פין קאמפעני חזק געט ארויס קארד געימס אויף אידיש מיטן נאמען אויבער חכם.אין ער האלט אין איין ארויסגעבען פארשידענע קארד געימס ווי למשל תנאים.תנ"ך.תלמוד בבלי.געוויקסען.בעלי חיים.אידישע געגענטער.אידישע ארגענעזאציעס.אין יעצט חנוכה צייט האט ער ארויס געגעבען א נייעם קארד געים וואס עס הייסט אידישע חתונה זאלן.אין נישט מער נישט ווייניגער עס איז דא דארט די חתונה זאל פין די בני יואל(מיר וועלען נישט חלילה חושד זיין דא דעם ר' יונתן וואס ער איז א בעלזער חסיד אז ער איז א שונא פין זיין רעבענס שוואגער.עס מיז זיין אז ער האט ארויס געגעבען די ארבעט פאר א צווייטען וואס האט אפילו נישט געוויסט אז דאס קען אנמאכען פראבלעמען)הקיצור המעשה ווען מען איז אנגעקימען קיין קרית יואל אין די ספרים געשעפטען האבען די יודנראט באהערדע זיך דערזען מיט א פראבלעם.קודם וועט דאס געבען לעגיטמעזאציע אין א דע פאקטו פארן געאסרטען זאל.אין נאכדעם ווי אזוי וועלען די ריינע(נישט ווערעמדיגע)קינדער זיך שפילן מיט דעם געים.האבען זיך ציזאם געזעצט די חכמי פרעה(די וואכעדיגע סדרה)מיט הבה נתחכמה.ווי אזוי געט מען זיך דא אן עצה.שמואל ווידער האט געזאגט אז דער געשעפטסמאן זאל עפענען יעדען געים אין צישרייבען אויפן קארטעל בני המן.די אנדערע חרטומי פרעה האבען געזאגט.אז אויב וועט מען גיין ווילד וועלן די שקצים אפקויפען אלעס אין געשעפט פין די אין זיינע אנדערע געימס אין ער וועט נאך ארויסגיין מיט ריוח פין דעם גאנצען געשעפט.האבען די חכמי כעלעם געזאגט זאלען זיי אפקויפען אלעס.אזוי וועט דער ר' יונתן מיזן דריקען נייע.אין דענסמאל וועט מען לייגען א דריק אויף דעם ר' יונתן אז ער זאל ארויס נעמען דעם קארטעל.הקיצור דער פוהרער חכם מחוכם האט זיך גענימען צי האקען מיט די שיך אויפן טיש אז ער האט נישט קיין צייט אין ער מיז גיין אויף אורלויב אויף קאליפארניע.זיך ציפאטעגראפירן.מיטן ליבאוויטשער שליח.אין מיטן פאפענער חכם.אין מפי דבר המלך(דעם אויבער חכם)יצא אז דערווייל זאלען אלע געשעפטען בויקעטירען דעם ספעציפישען אויבער חכם געים.אין ווען ער וועט אהיים קימען וועט ער מאכען ארדענונג.אזוי ווי ער פלעגט זאגען אויפן טאטען אין די פריערדיגע יארן.יעצט ווארט מען צי זען אויב דאס איז איינע פין די שווערע קשיות וואס ער לאזט איבער פאר זיינע סטודענטען יעדעס יאר פאר ער פארט.אין זיי וועלען דאס שוין פארענטפערען מיט זייער טעראר נאך פאר ער קימט אהיים.ונזכה ונראה

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.