רשימת הבלוגים שלי

יום שני, 27 ביולי 2015

פורץ גדר

איכה ישבה בדד, ווער האט געגלייבט אז הרב משה מנחם טירנויער זאל ווערן דער לינקער קל  איזאלירט פון אלע רבנים אן קיין שטיצע פון אפי' איין איינציג דיין איבער כדור הארץ?
מי ומי ההולכים? א קלארע און פרעצעדענטלאזע פסק דין פון גדולי הפוסקים איז געהערט געווארן בנוגע מרדכי קאהן'ס געפלאנטע "גט מעושה" בפרט, והליכה בערכאות בכלל. די רבנים שרייען אז אפי' בדיעבד בלייבט די פרוי אן אשת איש לכל הדיעות, אפי' לדעת המקילים!
די דרייסטע פוסקים רעכנט אריין:
הרב משה שטרבוך, ראב"ד עדה החרדיות; הרב נפתלי פראנקל חבר בד"ץ עדה החרדיות; הרב משה ברנדסדארפער;  הרב משה שאול קליין, הרב חיים מאיר הלוי וואזער, הרב יעקב מאיר שטערן, הרב שמואל אליעזר שטרן, שריאל רוזנברג ראב"ד ביד"ץ נסים קרליץ, הרב פנחס רבינוביץ, הרב ישראל דוד וועבסטער, הרב יוסף וויינגארטן.
הרב יונתן ווייס, אב"ד דבי"ד של מאנטריאל, ואתו עמו הדיינים הגאונים דמתא שליט"א.
הרב מנחם זכרי' (מנדל) זילבער, ראב"ד התאחדות הרבנים ואתו עמו חברי הבי"ד הרב יצחק אייזיק מנחם אכענשטיין אב"ד גאלאנטא, הרב יהודה משולם דוד פאלאטשעק אב"ד מגד יהודה. 
איז די שאלה וויאזוי קען א ראה"ק ד'סאטמאר אנגיין מיט זיינע מסירות, ערכאות, און פלענער צו מתיר זיין אן אשת איש? ווער איז די תורה אוטאריעטעט וועלכע שיצט אויף אים אין די קהילה און איז מחפה אויף אים קעגן "אלע" פוסקי דורינו? די ענטפער איז איין אומפארשעמטן משה מנחם טירנויער דומ"ץ סאטמאר (מהרז"ל) מאנטריאל!  דער זעלבער וועלכע האט געהאלטן דרשות אז מ'ברויך אויפלעזן בי"ד העדה החרדיות דירושלים אונטרן מאנטל אז "במקום שיש חילול השם אין חולקין כבוד לרב", דער זעלבער וועלכע האט געשריגן אז אונז זענען נישט מחיוב צו געבן "כבוד התורה" אויב א דיין פסק'ן שלא ע"פ תורה, דער זעלבער איז יעצט דער גרעסטער מחלל שם שמים בפרהסיא און טרעט אויף די הארבסטע עבירות כדי מחפה צו זיין פאר זיין שותף מרדכי קאהן!
אזוי ווי די פוסקי דורנו האבן געשריבען איבער טירנויער'ס שחצנות'דיגע שטיצע פאר הריסת התורה, "ותמה אני על רבני העיר ששמו מחסום לפיהם, והתוצאות מעובדא זו מי ישורנו."

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.