רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 17 ביולי 2015

מנשה לוסטיג זאגט

געב נאר א קוק, וואס איז פון מיר געבליבן.
איך בין אליינס פאר'אלמנ'ט, אלעס לאכט אלעס לעבט, און איך זיץ איינזאם, גאנצע נעכט מיט טיפע הארץ קלעמענישן און טייכן טרערן.
נישטא קיין טרייסט, נישטא קיין הילף, אלע חברים זענען צו מיר פרעמד געווארן, ס'איז ביטער און שווארץ, ס'בייסט דאס הארץ און די אויגן אנגעווייקט מיט זאלציגע טרערן.
כ'בעט דיך רבונו של עולם, ס'מיר זייער ענג אין הארצן, מיינע אינגעווייד און געדערים ווערן איינגעצויגן פון זעלבסט פיין, און איך קלאג און קרעכץ צו די טויבע ווענט.
איך שפיר ביי מיר פארווארפן, סאיז ביי מיר צעטראסקעט דאס שיינקייט פון לעבן. איך שפיר צעשלאגן און באזיגט פון נקמה פון מיינע שונאים, און איך קען אויסגיסן דאס הארץ און וויינען אן א סוף, אבער ס'נישטא קיין סוף..
וואס איז פון מיר געווארן.
וואס פאר א טעם האט עס, צו עסן שבת יום טוב, ווען די מויל איז ביטער פון טרערן, זאט פון קלעמעניש. גאנץ אליינס, אבער דאך איז דער אייבירשטער דא מיט מיר, און ווייסט וואס איך שפיר, און האט אנגעגרייט עפעס גוטס אין א שיינעם טאג, אויף וואס איך ווארט אומגעדולדיג - שטיל און פארביסן די ציין אויף די ליפן.
נו ווען וועט דאס שוין זיין..
אז כ'וועל עס אנ'נעמען באהבה, וועט עס פילייכט בעסער זיין, אז כ'וועל ליבערשט אראפשלונגען די ווייטאג, אפשר וועט מיר בעסער ווערן אויפן הארצן.
אז איך וועל לאזן פאטשן די פאקטן אין פנים, וועל איך כאטש שלום מאכן  מיטן מצב, און אזוי כאטש זאט ווערן.
וואס האב איך מיר דען צו באקלאגן, כאטש אפקומען די זינד וויפיל עס גייט, און עס גנב'ט זיך ארויס א שנירעלע טרערן, וואס שלעפט מיט זיך מיט, א פלייץ פון שטורמישע טרערן, אן אויפהער.
טייכן טרערן פליסן, און פארשוועמען דאס גאנצע דערווארטונג, א פריילעך שטוב - געווארן וויסט און שטיל, עלענד און איינזאם, פאר'יתומ'ט אומעטיק און אראפגעשלאגן, ווילאנג נאך וועל איך זיין פארגעסן און פארלאזט, אנגעוויזן פאר פרעמדע טובות.
ווילאנג נאך, וועל איך זיך אויפעסן דאס הארץ פון קלעמעניש, ווילאנג נאך וועל איך זיצן איינגעבויגן, און מבול'ן טרערן און געוויין, ווילאנג נאך וועל איך ווארטן ענדלאז אויפן ישועה, ווען מ'זעט נישט קיין שטראל אינעם צוקונפט.
יא מיר גלייבן באמונה שלמה, אז ס'דא א חשבון, ס'דא אויך פארהאנען א אויסוועג און האפענונג צו יעדע פראבלעם.
דאך בעט איך דיר, פאטער אין הימל, טו שוין אויפשיינען מיין גליק, ברענג שוין נאנט דעם ענדגילטיגן לייזונג, פארטרייב דאס ביטערניש און טרויער, וויש אפ מיינע טרערן, און מאך מיר שוין אויפגעראכטן און פריילעך.
זאג שוין אן א גוטע בשורה, ווען וועט מען דעקן דעם טיש מיט פרייד, לאמיר שוין הערן דאס געזאנג און לחיים.
= אזוי האט ירמי' הנביא געשריבן אין מגילת איכה =
– אזוי וויינט ירושלים און די שכינה אויפן חורבן הבית וגלות עם סגולה, און מיר פירן אלץ אויס מיטן גאנצן אמונה, השיבנו ה' אליך ונשיבה, חדש ימינו כקדם..
לשנה הבאה בירושלים, הבנויה, אמן.
[וואס און פארוואס זענען די ווערטער מיר געקומען אין געדאנק? אז כ'האב צו געווארט ביז יעצט די ימי המצרים זיי צו שרייבן און מפרסם זיין?.. במאמר הבא אי''ה.]

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.